Pourim: Étape par étape ou en sautant - פּוריםּ:טריט בײַ טריט אָדער איבער היפּערן

Laissez vous tenter par une autre causerie!
Rabbi Elimelech Weissblum
1717 - 11 mars 1787
רבי אלימלך ווײַסבלום
-
Pourim: Étape par étape ou en sautant

די מגילה ווערט געלייענט טייל מאָל דעם עלפֿטן טאָג אין חודש אָדר, אין צוועלפֿטן, אין דרײַצנטן, אין פֿערצנטן און אין פֿופֿצנטן, נישט ווינציקער און נישט מער, נישט שפּעטער און נישט פֿריִער.
(מסכת מגילה פּרק א')

אַזוי ווערט געפּסקנט אין דער הלכה.
דער נעם־אלימלך דערקלערט אַז פֿון דער מגילה און אירע הלכות לערנט מען אָפּ דרײַ אופֿנים ווי אַזוי מען לערנט די תּורה לשמה. דאָס קען מען לערנען פֿון די פֿאַרשידענע טעג וואָס די הלכה גיט צו צו די טעג וואָס שטייען געשריבן אין דער מגילה.

דערצו ברענגט ער אַ פּנימיותדיקע טעם, אין די פֿאַרשידענע צײַטן.
דער עלפֿטער טאָג איז מרמז אויף עולם־העשׂיה און דער וואָס לערנט דאַרף פֿאַרזיסערן די פֿאַראַנענע דינים.
דער צוועלפֿטער טאָג איז מרמז אויף דעם צווייטן אופֿן וואָס מיינט ווען איינער לערנט, דאַרף ער אין זײַן לערנען צוציִען נאָר רחמים.
דער דרײַצנטער טאָג איז מרמז אויף דעם דריטן אופֿן וואָס איז ווען איינער לערנט זאָל ער מעורר זײַן די דרײַצן מידות פֿון רחמים.