אין געשעפֿט מיט גילדן צוויי
דער טאַטע אין דער ריי
קויפֿט א ציגעלע א נײַ
חד גדיא.
די קאַץ קען נישט צוקוקן
דאָס הונגער טוט אים דרוקן
די ציג טוט ארײַן רוקן
חד גדיא.
שנעל און געשווינד
קומט דער גרויסער הונט
דעם קעצל ער אָפּגעשינטן
חד גדיא.
נאָך אין מיטן זיך באַלעקן
קומט אָן אַ גרויסער שטעקן
דעם הונט מיט קלעפּ באַדעקן
חד גדיא.
דער הונט אוי! ער בילט
אַ פֿײַער וואַקסט אויס ווילד
דעם שטעקן ער אײַנהילט
חד גדיא.
וואַסער קומט צו פֿליסן
דעם פֿײַער טוט באַגיסן
געמיינט מיט דעם עס שליסן
חד גדיא.
הא, דער אָקס אַרײַן ער הינקט
גלייך דאָס וואַסער טרינקט
מיט דאָרשט אַזוי ער שלינגט
חד גדיא.
גרעסער ווערט דער מצבֿ
מיט כאַצקעלען דעם קצבֿ
דער אָקס איז זיך מתחצף
חד גדיא.
ווי צום חופּה שפּאַצירן
דעם אָקס שחיטה פֿירן
קיין חכמות נישט פּרובירן
חד גדיא.
קוים ער אָפּשעכט
פלוצלינג ווערט אים שלעכט
אַלץ אַרום איז געדעכט
חד גדיא.
אין אַ שוואַרצן לײַלעך
ער זעט פֿאַר זיך דעם מלאך
ער ווערט ווײַס ווי קאַלעך
חד גדיא.
דער מלאך טראַכט נישט צוויי
ער טוט זײַן דזשאָב געטרײַ
מיטן שוחט איז פֿאַרבײַ
חד גדיא.
דער אייבערשטער אַליין
כבֿיכול קומט צו גיין
בײַם שׂטן בלײַבט ער שטיין
חד גדיא.
דעם קאָפּ אים אָּפּּגעשניטן
"גענוג פֿון דיר געליטן
מײַנע קינדער וועל איך היטן"
חד גדיא.
אין אַ גוטער שעה
זינגען חד גדיא
אין ירושלים
לשנה הבאָה.